יאָ מיט אַלעמען 4
צוויי אינטערנעץ־סעמינאַרן פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער פֿונעם 28סטן נאָוועמבער ביזן 21סטן דעצעמבער 2020
איר קענט זיך אײַנשרײַבן אויף דער גאַנצער פּראָגראַם אָדער אויסקלײַבן איינעם פֿון די 2 סעמינאַרן (יעדער סעמינאַר באַשטייט פֿון 4 וועכענטלעכע לעקציעס פֿון אָנדערטהאַלבן שעה, דהײַנו 6 שעה פֿאַר יעדן סעמינאַר).
אַלע סעמינאַרן זײַנען אויף ייִדיש.
פּראָגראַם
1. רעדן מיט יעדן לײענער אױף זײַן שפּראַך ׃ באַשעװיסעס ראָמאַנען אין ייִדיש און אין ענגליש
סעמינאַר פֿון פֿיר לעקציעס, שבת 19 ביז 20.30 אַז’ (פֿונעם 28סטן נאָוועמבער ביזן 19טן דעצעמבער)
מיט וואַליע פֿעדטשענקאָ
יצחק באַשעװיס־זינגערן דאַרף מען נישט פֿאָרשטעלן דעם הײַנטיקן עולם. פֿאָרט, זײַנען זײַנע גרױסע ייִדישע ראָמאַנען לאַנג געלעגן פֿאַרגעסן אין « פֿאָרװערטס »־אַרכיװן און אױף זײער אָרט האָבן זיך קונה־שם געװען זײערע ענגלישע װערסיעס.
איך לײג אײַך פֿאָר אַרײַנצוקוקן אין « פֿאָרװערטס » פֿון די יאָרן 1960 – 1970 און אױסצוזוכן עפּיזאָדן און פּערסאָנאַזשן װאָס זײַנען שפּעטער נעלם געװאָרן פֿון באַשעװיסעס װעלט באַרימטע ראָמאַנען. מיר װעלן אַרומרעדן די השפּעה פֿון די קופּיורן אױפֿן ליטעראַרישן אינהאַלט און די אַלגעמײנע שװעריקײטן אין איבערזעצן די ייִדישע ליטעראַטור.
פּרײַז פֿאַרן גאַנצן סעמינאַר : 60 אייראָס.
אײַנשרײַבונג
2. הייסע וויכּוחים אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש
סעמינאַר פֿון פֿיר לעקציעס, מאָנטיק 19 ביז 20.30 אַז’ (פֿונעם 30סטן נאָוועמבער ביזן 21סטן דעצעמבער)
מיט לייזער בורקאָ
דער כּלל « צוויי ייִדן, דרײַ מיינונגען » איז אויך חל אויף דער געשיכטע פֿון ייִדיש. זינט הונדערטער יאָרן קריגן זיך ייִדן איבער דעם, וואָס עס הייסט רעדן און שרײַבן ייִדיש ריכטיק. איז בעסער מײַן דיאַלעקט אָדער דײַנער ? דער נײַער אויסלייג אָדער דער אַלטער ? אַ מאָל זײַנען די דאָזיקע מחלוקתן ווי אַ שטורעם אין אַ גלאָז וואַסער וואָס לאָזט זיך אויס מיט גאָרנישט. אָבער אַ מאָל גייט עס אין עיקרדיקע זאַכן.
אין דעם קורס וועלן מיר ווײַטער פֿירן די אַלטע פּאָלעמיקעס פֿון עטלעכע פֿון אונדזערע בעסטע ליטעראַטן און פֿילאָלאָגן : שלום־עליכם, גלאַטשטיין, באַשעוויס, מאַקס ווײַנרײַך, און נאָך. אפֿשר וועלן מיר סוף־כּל־סוף קומען צום ריכטיקן אויספֿיר ?
ערשטע וואָך : « גוט » אָדער « גיט » : ווי דאַרף זײַן דער ריכטיקער ייִדישער אַרויסרעד ?
צווייטע וואָך : אַ ליטוואַק האָט ניט קיין דאָס : לאָמיר רעדן וועגן מין
דריטע וואָך : ייִדיש אָדער ייִדישיסטיש ?
פֿערטע וואָך : די צאָרע מיט לאָשן־קוידעש
פּרײַז פֿאַרן גאַנצן סעמינאַר : 60 אייראָס.
אײַנשרײַבונג
אויב איר האָט פֿראַגעס : talmidim@yiddishweb.com
Continuer la lecture de « Yo mit alemen IV – programme de séminaires virtuels en yiddish »