כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער אויפֿן יאָר 2026 / 2027.
אויב דער קורס אויף וועלכן איר וואָלט געוואָלט זיך אייַנשרײַבן איז שוין פֿול, שרײַבט אונדז אויפֿן אַדרעס talmidim@yiddishweb.com און מיר וועלן געפֿינען אַ לייזונג
« Cours 2024/2025 »L’adhésion à la Maison de la culture yiddish est obligatoire pour suivre les cours (détails en bas de page).
אָנהייבערס
מאָנטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
דורך זום
קאַראָ וועגנער
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 14טן סעפּטעמבער 2026
מיטוואָך 2:00 – 3:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
אַני כּהן
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 16טן סעפּטעמבער 2026
דאָנערשטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
אַני כּהן
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 17טן סעפּטעמבער 2026
זונטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
דורך זום
עטל ניבאָרסקי
דער קורס הייבט זיך אָן זונטיק דעם 27סטן סעפּטעמבער 2026
ניוואָ 2
מאָנטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
קלאַריס בראָסאַר
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 14טן סעפּטעמבער 2026
מיטוואָך 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
דורך זום
קאַראָ וועגנער
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 16טן סעפּטעמבער 2026
דאָנערשטיק 2:00 – 3:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
אַני כּהן
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 17טן סעפּטעמבער 2026
ניוואָ 3
מאָנטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און דורך זום)*
נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד
ייִדישע רוימען
וואָס מיינט "אַ ייִדישער רוים" ? מיר וועלן באַטראַכטן ליטעראַרישע טעקסטן, פֿאָלקלאָר און זכרונות : פֿון דער היים ביזן מאַרק, פֿון דער תּפֿיסה ביזן וואָקזאַל, און פֿון דאָרטן וועלן מיר מאַכן אַ נסיעה איבערן תּחום־המושבֿ.
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 14 סעפּטעמבער 2026
דינסטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
דורך זום
מאַלענאַ כינסקי
גראַמאַטיק און אַרײַנפֿיר אין ליטעראַרישע טעקסטן
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 15 סעפּטעמבער 2026
מיטוואָך 2:00 – 3:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
נאַטאַליע קריניצקאַ
גראַמאַטיק און אַרײַנפֿיר אין ליטעראַרישע טעקסטן
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 16 סעפּטעמבער 2026
אײַנשרײַבונג
ניוואָ 4
דינסטיק 2:00 – 3:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און דורך זום)*
שרון בר־כּוכבֿא
לייענען האַנטגעשריבענע דאָקומענטן
מיר וועלן זיך לערנען ווי אַזוי צו דעשיפֿרירן פֿאַרשיידענע מינים האַנטשריפֿט (בריוו, פֿאָטאָגראַפֿיעס, דאָקומענטן).
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 15 סעפּטעמבער 2026
דינסטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
דורך זום
עטל ניבאָרסקי
קונסט און קינסטלער דורך די אויגן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור
אַרום ליטעראַרישע טעקסטן וואָס שמועסן זיך איבער מיט אַנדערע פֿאָרמען שאַפֿונג, וועלן מיר אַנטדעקן באַציִונגען צו קונסט אין דער ייִדישער ליטעראַטור, צוזאַמען מיט אַוואַנסירטע גראַמאַטישע טעמעס.
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 15 סעפּטעמבער 2026
דאָנערשטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און דורך זום)*
אַקווילע גריגאָראָוויטשיוטע און קאַראָלינאַ שימאַניאַק
שפּראַך און ליטעראַטור
אַ "קלאַסישער" קורס : לייענען, רעדן, שרײַבן, וואָקאַבולאַר, אַוואַנסירטע גראַמאַטיק. מע גיט אַכטונג אויף יעדערנס פּראָגרעס.
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 17 סעפּטעמבער 2026
ווײַטהאַלטערס
דינסטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און דורך זום)*
אַרנאָ ביקאַר
סאַטירע און פּאַראָדיע אין דער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור
די ייִדישע פּרעסע האָט זיך פֿון תּמיד אָן אויסגעצײכנט מיט איר רײַכער סאַטירישער טראַדיציע, מיטן אָנטײל פֿון ערשטראַנגיקע שרײַבער. פֿון מאָריס װינטשעװסקי אין ניו־יאָרק סוף נײַנצנטן יאָרהונדערט ביז אַבֿרהם אַבע ליבערמאַן אין פּאַריז סוף 20סטן יאָרהונדערט, נישט פֿאַרגעסנדיק יוסף טונקל (דער טונקעלער) אין פּוילן צװישן בײדע װעלט־מלחמות, װעלן מיר דורכבלעטערן עטלעכע פֿון די שענסטע זײַטן פֿון דער דאָזיקער רײַכער געשיכטע אין דער פּרעסע און אין אַנדערע פּובליקאַציעס.
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 15 סעפּטעמבער 2026
מיטוואָך 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
דורך זום
נאַטאַליע קריניצקאַ
ייִדישער טעאַטער
מיר וועלן לייענען און אַנאַליזירן טעאַטער־פּיעסעס פֿון פֿאַרשיידענע דראַמאַטורגינס און דראַמאַטורגן און באַטראַכטן זייער אויפֿנעם דורך דער קריטיק און דעם ברייטן עולם, ווי אויך ווי מע האָט זיי אַריבערגעטראָגן אויפֿן עקראַן.
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 16 סעפּטעמבער 2026
דאָנערשטיק 2:00 – 3:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
רובי מאָנעט
די משפּחה אין דער ייִדישער ליטעראַטור
מיר וועלן זיך אָפּגעבן מיט דער פֿאָרשטעלונג פֿון דער משפּחה בײַ פֿאַרשיידענע ייִדישע מחברים, ווי אויך מיט אַ פּאָר שרײַבער־משפּחות.
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 17 סעפּטעמבער 2026
דאָנערשטיק 7:00 – 8:30 אַז׳ אין אָוונט פּאַריזער צײַט
דורך זום
אפֿרים כּהן
מישנה אין ייִדיש
די זעקס טיילן מישניות זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אויף לשון־קודש. אין די 1940ער יאָרן, אין קאַנאַדע, האָט דער תּלמיד־חכם און פֿאָרשער שׂימחה פּיעטרושקאַ (1893 – 1950) איבערגעזעצט און מפֿרש געווען די גאַנצע מישנה אויף ייִדיש. געשריבן אין אַ קלאָרער שפּראַך און מיט גרויס בקיאות, איז דעם פּירוש גיך געוואָרן אַ קלאַסיש ווערק פֿון תּורה־ליטעראַטור אויף ייִדיש. אויף די לעקציעס וועלן מיר לערנען די מסכתּא „נזיר", אין וועלכער עס ווערן באַהאַנדלט טעמעס ווי דער אונטערשייד צווישן דעם באַטײַט פֿון ווערטער און דער כּוונה פֿון די רעדער, ספֿקות אין הלכה און טומאה וטהרה.
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 17 סעפּטעמבער 2026
איבערזעצונג־וואַרשטאַט
דינסטיק 4:00 – 5:30 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
אַרנאָ ביקאַר
אליעזר שטיינבאַרגס מעשׂיות און משלים
אליזער שטיינבאַרג (1880 – 1932) איז דער סאַמע שעפֿערישער און אָריגינעלער משלים־שרײַבער אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. מיר וועלן לייענען, אַנאַליזירן און איבערזעצן זײַנע מעשֹיות און משלים, באַטראַכטנדיק פּרטימדיק די רײַכקייט פֿון דער שפּראַך. שטיינבאַרגס ווערק, וואָס צייכענען זיך אויס גלײַכצײַטיק מיט הומאָר און מיט טיפֿקייט, זענען אַ שבֿח צום ייִדיש־לשון. דאָס איבערזעצן זיי איז אַן אייגנאַרטיקע נסיעה דורך די אוצרות פֿון דער שפּראַך.
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 15טן סעפּטעמבער 2026
* די היברידע לעקציעס קומען פֿאָר גלײַכצײַטיק אויפֿן אָרט און אויף זום. פֿאַר די אָנטייל־נעמער אויף זום קען דער קלאַנג אין דעם דאָזיקן פֿאָרמאַט זײַן ניט אין גאַנצן קלאָר.
ייִדיש בעל־פּה
דאָנערשטיק 4:30 – 6:00 אַז׳ נאָך מיטאָג פּאַריזער צײַט
אויפֿן אָרט
צוויי טרעפֿונגען אַ טרימעסטער. אײַנשרײַבונג אויף יעדער לעקציע אויף דער וועבזײַט :
programme.yiddish.paris
שמועס־לעקציע אָנגעפֿירט דורך רעזשין נעבעל און פֿאַרשיידענע לערער.
די צוויי ערשטע טרעפֿונגען : דעם 15טן אָקטאָבער און דעם 3טן דעצעמבער 2026
אַ ציקל לעקציעס אין פֿראַנצייזיש
Cycle de 10 cours, samedi 16h-18h, une fois par mois, en présentiel
Carole Ksiazenicer-Matheron
Echos hassidiques dans la littérature yiddish
Ce cours propose une exploration des échos du hassidisme dans la littérature yiddish moderne, à travers un large corpus de textes traduits en français (contes, récits autobiographiques, sagas historiques et poésie) du XIXe siècle à l'époque moderne. En replaçant le mouvement hassidique dans son contexte historique et social, il s'agira d'observer comment ce profond renouvellement religieux a façonné l'imaginaire et les narrations de la littérature yiddish.
Pour consulter la bibliographie et la description complète du cours, cliquez ici.
Carole Ksiazenicer-Matheron a enseigné la littérature comparée à l'Université Sorbonne Nouvelle. Elle s'est spécialisée dans l'étude de la littérature yiddish dans le cadre de son enseignement comparatiste et a traduit plusieurs de ses auteur(e)s.
Première séance : le 3 octobre 2026.
שׂכר־לימוד
30 לעקציעס פֿון אָנהייבער ביז אַוואַנסירטע : 410 אייראָס
כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער אויפֿן יאָר 2027/2026.
ווען איר וועט האַלטן בײַם באַצאָלן, וועט אײַך « העלאָאַסאָ » פֿאָרלייגן אַ צוגאָב־צושטײַער פֿאַרן קיום פֿון דער דאָזיקער פּלאַטפֿאָרמע. דאָס איז אָפּציאָנעל : איר קענט בײַטן די סומע אָדער אַנולירן דעם צושטײַער מיטן קנעפּל « Modifier ».
אויב איר שרײַבט זיך אײַן פֿאַרן 31סטן יולי 2026, וועט איר קריגן אַ הנחה פֿון 5 פּראָצענט ! ניצט דעם קאָד SHOYN בײַם אײַנשרײַבן זיך.
talmidim@yiddishweb.com
אויב איר קענט ניט באַצאָלן דעם גאַנצן שׂכר־לימוד צוליב פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, קענט איר בעטן אַ סטיפּענדיע :
talmidim@yiddishweb.com
דאָ קענט איר אַראָפּלאָדן די דאַטעס פֿון די לעקציעס.
Maison de la culture yiddish – Bibliothèque Medem
29, rue du Château-d’Eau
75010 Paris
Tél : + 33 (0)1 47 00 14 00
אונדזערע פֿריִעדיקע פּראָגראַמען געפֿינען זיך דאָ

