לעקציעס 2024-2023

אָנהייבערס

מאָנטיק 19 – 20.30 אַז' 
אויפֿן אָרט
קאַראָ וועגנער
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 18טן סעפּטעמבער 2023

דינסטיק 14 – 15.30 אַז' 
אויפֿן אָרט
קלאַריס בראָסאַר
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 19טן סעפּטעמבער 2023

דאָנערשטיק 19 – 20.30 אַז' 
אויף זום
מאַלענאַ כינסקי
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 21סטן סעפּטעמבער 2023

אײַנשרײַבונג

ניוואָ 2

מאָנטיק 14 – 15.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 18טן סעפּטעמבער 2023

דינסטיק 19 – 20.30 אַז' 
אויף זום
קאַראָ וועגנער
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 19טן סעפּטעמבער 2023

דאָנערשטיק 19 – 20.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 21סטן סעפּטעמבער 2023

אײַנשרײַבונג

ניוואָ 3

מיטוואָך 14 – 15.30 אַז' 
אויפֿן אָרט
אַהרן וואַלדמאַן און קאַראָ וועגנער
אַרבעט איבער פּשוטע ליטעראַרישע טעקסטן
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 20סטן סעפּטעמבער 2023

מיטוואָך 19 – 20.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד
דער לעבנס־ציקל אין דער אַשכּנזישער וועלט
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 20סטן סעפּטעמבער 2023

מיטוואָך 19 – 20.30 אַז' 
אויף זום
קאַראָלינאַ שימאַניאַק
אַרבעט איבער פּשוטע ליטעראַרישע טעקסטן
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 20סטן סעפּטעמבער 2023

אײַנשרײַבונג

ניוואָ 4

מאָנטיק 14 – 15.30 אַז' 
אויפֿן אָרט
אַהרן וואַלדמאַן
דער ראָמאַן זעלמעניאַנער פֿון משה קולבאַק
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 18טן סעפּטעמבער 2023

מאָנטיק 19 – 20.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
שרון בר־כּוכבֿא
ייִדישער הומאָר
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 18טן סעפּטעמבער 2023

אײַנשרײַבונג

ווײַטהאַלטערס

מאָנטיק 19 – 20.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
אַרנאָ ביקאַר
ראָמאַנען אין דער ייִדישער ליטעראַטור
אין דעם קורס וועט מען פֿאָרשטעלן אַן איבערבליק אויף דעם ראָמאַנישן זשאַנער אויף ייִדיש, אינעם 19טן און 20סטן י"ה.

דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 18טן סעפּטעמבער 2023

דינסטיק 19 – 20.30 אַז' 
אויף זום
נאַטאַליע קריניצקאַ
ליטעראַטור און אידיאָמאַטיק
מיר וועלן אַנטדעקן דעם באַניץ פֿון ייִדישע אידיאָמאַטישע אויסדרוקן דורך ליטעראַרישע טעקסטן.
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 19טן סעפּטעמבער 2023

מיטוואָך 19 – 20.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
שרון בר־כּוכבֿא
דער מענטש און די ערד : עקאָלאָגיע אין ייִדישע טעקסטן
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 20סטן סעפּטעמבער 2023

דאָנערשטיק 14 – 15.30 אַז' 
אויפֿן אָרט
רובי מאָנעט
(אויטאָ)ביאָגראַפֿיעס
ווי האָבן ייִדישע שרײַבער געשריבן וועגן זיך און וועגן אַנדערע ? מיר וועלן לייענען פֿראַגמענטן פֿון זכרונות, ביאָגראַפֿיעס און אויטאָביאָגראַפֿישע ראָמאַנען פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים ביז אַבֿרהם סוצקעווער.
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 21סטן סעפּטעמבער 2023

דאָנערשטיק 17 – 18.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)*
נאַטאַליע קריניצקאַ
תּנכישע פֿרויען־געשטאַלטן אין דער ייִדישער ליטעראַטור
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 21סטן סעפּטעמבער 2023

אײַנשרײַבונג

* די היברידע לעקציעס קומען פֿאָר גלײַכצײַטיק אויפֿן אָרט און אויף זום. פֿאַר די אָנטייל־נעמער אויף זום קען דער קלאַנג אין דעם דאָזיקן פֿאָרמאַט זײַן ניט אין גאַנצן קלאָר.

ייִדיש אויף דער צונג

דאָנערשטיק 14 – 16.00 אַז' 
אויפֿן אָרט
3 לעקציעס אַ טרימעסטער. אײַנשרײַבונג אויף יעדער לעקציע אויף דער וועבזײַט
programme.yiddish.paris
שמועס־לעקציע אָנגעפֿירט דורך רעזשין נעבעל און פֿאַרשיידענע לערער.

דאָנערשטיק 19.30 – 21.30 אַז'  / זונטיק 20 – 22 אַז'
אויף זום
1 לעקציע אַ טרימעסטער. אײַנשרײַבונג אויף יעדער לעקציע אויף דער וועבזײַט
programme.yiddish.paris
שמועס־לעקציע אָנגעפֿירט דורך רעזשין נעבעל און פֿאַרשיידענע לערער.

 

די לעקציעס הייבן זיך אָן מאָנטיק דעם 18טן סעפּטעמבער 2023

אויב איר שרײַבט זיך אײַן פֿאַרן 31סטן יולי 2023, וועט איר קריגן אַ הנחה פֿון 5 פּראָצענט ! ניצט דעם קאָד FARN31STN בײַם אײַנשרײַבן זיך.

שׂכר־לימוד

30 לעקציעס פֿון אָנהייבער ביז אַוואַנסירטע : 390 אייראָס

כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער אויפֿן יאָר 2024/2023.

ווען איר וועט האַלטן בײַם באַצאָלן, וועט אײַך « העלאָאַסאָ » פֿאָרלייגן אַ צוגאָב־צושטײַער פֿאַרן קיום פֿון דער דאָזיקער פּלאַטפֿאָרמע. דאָס איז אָפּציאָנעל : איר קענט בײַטן די סומע אָדער אַנולירן דעם צושטײַער מיטן קנעפּל « Modifier ». 

אויב איר קענט ניט באַצאָלן דעם גאַנצן שׂכר־לימוד צוליב פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, קענט איר בעטן אַ סטיפּענדיע :
stipendyes@yiddishweb.com

דאָ קענט איר אַראָפּלאָדן די דאַטעס פֿון די לעקציעס.

די לעקציעס אויפֿן אָרט קומען פֿאָר אין :

Maison de la culture yiddish – Bibliothèque Medem
29, rue du Château-d’Eau
75010 Paris
Tél : + 33 (0)1 47 00 14 00


 

טוט אַ קוק אויף אונדזערע פֿריִערדיקע פּראָגראַמען.

יערלעכע לעקציעס 2023/2022

אָנהייבערס

מאָנטיק 19 – 20.30 אַז' 
אויפֿן אָרט
קאַראָ וועגנער
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 19טן סעפּטעמבער 2022

דינסטיק 19 – 20.30 אַז' 
אויף זום
קאַראָלינאַ שימאַניאַק
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 20סטן סעפּטעמבער 2022

דאָנערשטיק 14 – 15.30 אַז' 
אויפֿן אָרט
קלאַריס בראָסאַר
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 22סטן סעפּטעמבער 2022

אײַנשרײַבונג

ניוואָ 2

מאָנטיק 14 – 15.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)
נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 19טן סעפּטעמבער 2022

מיטוואָך 19 – 20.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)
נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 21סטן סעפּטעמבער 2022

מיטוואָך 19 – 20.30 אַז' 
אויף זום
קאַראָלינאַ שימאַניאַק
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 21סטן סעפּטעמבער 2022

אײַנשרײַבונג

ניוואָ 3

מאָנטיק 19 – 20.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)
שרון בר־כּוכבֿא
אַרבעט איבער פּשוטע ליטעראַרישע טעקסטן
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 19טן סעפּטעמבער 2022

מיטוואָך 14 – 15.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)
אַהרן וואַלדמאַן און אַניק פּרים־מאַרגוליס
אַרבעט איבער פּשוטע ליטעראַרישע טעקסטן
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 21סטן סעפּטעמבער 2022

אײַנשרײַבונג

ניוואָ 4

מאָנטיק 14 – 15.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)
אַהרן וואַלדמאַן
דאָס שטעטל בײַ שלום אַש
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 19טן סעפּטעמבער 2022

דינסטיק 19 – 20.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)
וואַלענטינאַ פֿעדטשענקאָ
איציק מאַנגערס בוך פֿון גן־עדן
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 20סטן סעפּטעמבער 2022

אײַנשרײַבונג

ווײַטהאַלטערס

מאָנטיק 19 – 20.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)
אַרנאָ ביקאַר
די וויכטיקסטע ווערק פֿון דער ייִדישע ליטעראַטור
הויפּט־שטרעמונגען, עיקרדיקע פּראָזע־ווערק, ביאָגראַפֿיעס פֿון שרײַבערס און שרײַבערינס. איבערבליק איבער דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, פֿון 19טן י"ה אָן. מע וועט דער עיקר לייענען און אַנאַליזירן איינצלנע ווערק.
דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 19טן סעפּטעמבער 2022

דינסטיק 19 – 20.30 אַז' 
אויף זום
נאַטאַליע קריניצקאַ
עראָטיק און גראַמאַטיק
וואָס האָט איר אַלע מאָל געוואָלט וויסן און זיך קיין מאָל ניט דערוועגט צו פֿרעגן ? אויף דעם קורס וועט מען פּרוּוון ענטפֿערן אויף עטלעכע פֿון די פֿראַגעס לייענענדיק ייִדישע עראָטישע ליטעראַטור און זיך אָפּשטעלנדיק, צווישן אַנדערע, אויף שפּאַנענדיקע גראַמאַטיקאַלישע ענינים.
דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 20סטן סעפּטעמבער 2022

מיטוואָך 19 – 20.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)
שרון בר־כּוכבֿא
פּליטים און אימיגראַנטן
דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 21סטן סעפּטעמבער 2022

דאָנערשטיק 14 – 15.30 אַז' 
אויפֿן אָרט
רובי מאָנעט
(אויטאָ)ביאָגראַפֿיעס
ווי האָבן ייִדישע שרײַבער געשריבן וועגן זיך און וועגן אַנדערע ? מיר וועלן לייענען פֿראַגמענטן פֿון זכרונות, ביאָגראַפֿיעס און אויטאָביאָגראַפֿישע ראָמאַנען פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים ביז אַבֿרהם סוצקעווער.
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 22סטן סעפּטעמבער 2022

דאָנערשטיק 17 – 18.30 אַז' 
היבריד (אויפֿן אָרט און אויף זום)
טל חבֿר־כיבאָווסקי און יצחק ניבאָרסקי
תּנך און קינאָ
אויף דער תּנך־לעקציע, וואָס די מעדעם־ביבליאָטעק האַלט שוין מער ווי 25 יאָר, וועלן מיר הײַנטיקס יאָר לייענען און קאָמענטירן אַ ריי תּנכישע עפּיזאָדן – אין יהואשס קלאַסישער איבערזעצונג – וואָס האָבן געמאַכט קאַריערע אין האָליוווּד. צווישן די טעקסטן, וועלן מיר באַקוקן צוזאַמען קורצע פֿילם־אָפּשניטן, וואָס מיר וועלן דיסקוטירן און אַנאַליזירן. דערבײַ וועלן מיר זיך אָפּשטעלן אויפֿן אָנטייל אין אַזעלכע פֿילמען פֿון ייִדיש־שפּראַכיקע אַקטיאָרן, און אויפֿן אָפּקלאַנג וואָס זיי האָבן געהאַט אין דער ייִדישער פּרעסע. מיר וועלן ניט נאָר באַטראַכטן דעם זשאַנער פֿון ביבלישן פֿילם, נאָר אויך זוכן תּנכישע השפעות אין קינאָ בכלל.
דער קורס הייבט זיך אָן דאָנערשטיק דעם 22סטן סעפּטעמבער 2022

אײַנשרײַבונג

 

ייִדיש אויף דער צונג

דאָנערשטיק 14 – 16.00 אַז' 
אויפֿן אָרט
3 לעקציעס אַ טרימעסטער. אײַנשרײַבונג אויף יעדער לעקציע אויף דער וועבזייט
programme.yiddish.paris
שמועס־לעקציע אָנגעפֿירט דורך רעזשין נעבעל און פֿאַרשיידענע לערער.

דאָנערשטיק 19.30 – 21.30 אַז' 
אויף זום
1 לעקציע אַ טרימעסטער. אײַנשרײַבונג אויף יעדער לעקציע אויף דער וועבזײַט
programme.yiddish.paris
שמועס־לעקציע אָנגעפֿירט דורך רעזשין נעבעל און פֿאַרשיידענע לערער.

 

די לעקציעס הייבן זיך אָן מאָנטיק דעם 19טן סעפּטעמבער 2022

אויב איר שרײַבט זיך אײַן פֿאַרן 31סטן יולי 2022, וועט איר קריגן אַ הנחה פֿון 5 פּראָצענט ! ניצט דעם קאָד FARN31STN בײַם אײַנשרײַבן זיך.

שׂכר־לימוד

30 לעקציעס פֿון אָנהייבער ביז אַוואַנסירטע : 390 אייראָס

כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער אויפֿן יאָר 2023/2022.

ווען איר וועט האַלטן בײַם באַצאָלן, וועט אײַך « העלאָאַסאָ » פֿאָרלייגן אַ צוגאָב־צושטײַער פֿאַרן קיום פֿון דער דאָזיקער פּלאַטפֿאָרמע. דאָס איז אָפּציאָנעל : איר קענט בײַטן די סומע אָדער אַנולירן דעם צושטײַער מיטן קנעפּל « Modifier ». 

אויב קענט ניט באַצאָלן דעם גאַנצן שׂכר־לימוד צןליב פֿינאַנציעלע פּראָבלעמען, קענט איר בעטן אַ סטיפּענדיע :
stipendyes@yiddishweb.com

דאָ קענט איר אַראָפּלאָדן די דאַטעס פֿון די לעקציעס.

די לעקציעס אויפֿן אָרט קומען פֿאָר אין :

Maison de la culture yiddish – Bibliothèque Medem
29, rue du Château-d’Eau
75010 Paris
Tél : + 33 (0)1 47 00 14 00


יערלעכע אינטערנעץ־לעקציעס 2021/2022

די לעקציעס הייבן זיך אָן דעם 20סטן סעפּטעמבער 2021.

30 לעקציעס צו 1.30 שעה (סעפּטעמבער 2021 ביז יוני 2022), אויף זום.

אויב איר שרײַבט זיך אײַן פֿאַרן 31סטן יולי 2021, וועט איר קריגן אַ הנחה פֿון 5 פּראָצענט ! ניצט דעם קאָד FARN31STN בײַם אײַנשרײַבן זיך.

כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער.

אַראָפּלאָדן די דאַטעס פֿון די לעקציעס.

אָנהייבערס

דינסטיק 19 אַז' – 20.30 אַז'
קאַראָלינאַ שימאַניאַק

אײַנשרײַבונג

ניוואָ ‭ ‬2

מיטוואָך 19 אַז' – 20.30 אַז'
קאַראָלינאַ שימאַניאַק

פֿול !

ניוואָ ‭ ‬2

מאָנטיק 19 אַז' – 20.30 אַז'
נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד

דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 11טן אָקטאָבער 2021

אײַנשרײַבונג

ווײַטהאַלטערס

דינסטיק 19 אַז' – 20.30 אַז'
נאַטאַליע קריניצקאַ
בריוו אין ליטעראַטור, ליטעראַטור אין בריוו‭ ‬

דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 21סטן סעפּטעמבער 2021

וואָס זענען די כאַראַקטעריסטישע שטריכן און די ראָלע פֿון דער עפּיסטאָלאַרישער פֿאָרעם אין דער ייִדישער ליטעראַטור און וואָס זענען די שײַכותן צווישן בריוו אין ליטעראַטור און אינעם אמתן לעבן ? כּדי צו פּרוּוון ענטפֿערן אויף די דאָזיקע פֿראַגעס וועלן מיר לייענען ליטעראַרישע ווערק – פּראָזע און פּאָעזיע – וואָס זענען אָנגעשריבן (אין גאַנצן אָדער צום טייל) אין בריוופֿאָרעם, און זיי פֿאַרגלײַכן מיט בריוון־שטעלערס, מיט דער קאָרעספּאָנדענץ צווישן ייִדישע שרײַבער און מיט אַנדערע בריוו אויף ייִדיש פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות.

אײַנשרײַבונג

 

מיטוואָך 19 אַז' – 20.30 אַז'
טל חבֿר־כיבאָווסקי
די שוואַרצבאַרד־אַפֿערע : געשיכטע און ליטעראַטור

דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 27סטן אָקטאָבער.

דאַטעס : דעם 27סטן אָקטאָבער, דעם 3טן, 10טן, 17טן, 24סטן נאָוועמבער, דעם 1טן, 8טן, 15טן, 22סטן דעצעמבער, דעם 5טן, 12טן, 19טן, 26סטן יאַנואַר, דעם 2טן, 9טן, 16טן, 23סטן פֿעברואַר, דעם 2טן, 9טן, 23סטן, 30סטן מאַרץ, דעם 6טן, 13טן, 20סטן, 27סטן אַפּריל, דעם 4טן, 11טן, 18טן, 25סטן מײַ, דעם 1טן יוני.

דעם 25סטן מײַ 1926, אינעם לאַטײַנישן קוואַרטאַל אין פּאַריז, האָט דער ייִדישער זייגער־מאַכער, פּאָעט און אַנאַרכיסט שלום שוואַרצבאַרד דערשאָסן סימאָן פּעטליוראַ, דעם אָנפֿירער פֿון דער אוקראַיִנישער אַרמיי פֿון 1917 ביז 1920, די יאָרן אין וועלכע עס זענען פֿאָרגעקומען די בלוטיקסטע פּאָגראָמען אויף ייִדן פֿאַרן חורבן. אויף דער דאָזיקער היסטאָריש־ליטעראַרישער לעקציע וועלן מיר לייענען דאָקומענטן, צײַטונג־אַרטיקלען און ליטעראַרישע טעקסטן אויף ייִדיש אין שײַכות צו שוואַרצבאַרדס אַטענטאַט, צו די היסטאָרישע געשעענישן וואָס האָבן געפֿירט צו דעם אַטענטאַט און צו זײַן מישפּט אין 1927. בײַם לייענען טעקסטן פֿון שלום שוואַרצבאַרד, אליה טשעריקאָווער, דוד בערגעלסאָן, אַלטער קאַציזנע און אַנדערע, וועלן מיר שטעלן די פֿראַגע : אויף וויפֿל איז די ליטעראַטור אַן עכאָ פֿון היסטאָרישע געשעענישן און אויף וויפֿל איז די געשיכטע אַליין אַן אָפּקלאַנג פֿון דער ליטעראַרישער פֿאָרשטעלונג ?

אײַנשרײַבונג

 

די רשימה לעקציעס אויפֿן אָרט געפֿינט זיך דאָ.