לעקציעס אינעם לאָקאַל

2021 – 2022

אָנהייבערס

מאָנטיק 14 אַז' – 16 אַז'
גיטעלע‭ ‬מילכבערג

דינסטיק‬19‭ ‬ אַז' – 21 אַז'‭
מאַלענאַ כינסקי

אײַנשרײַבונג

ניוואָ ‭ ‬2

דינסטיק‭ ‬14‭ ‬אַז' – 16 אַז'‭
נאַדיאַ‭ ‬דעהאַן־ראָטשילד

מאָנטיק‭ ‬19‭ ‬אַז' –‬‭ ‬21‭ ‬אַז'
שרון‭ ‬בר־כּוכבֿא

אײַנשרײַבונג

ניוואָ 3

דינסטיק‬14‭ ‬ אַז' –‬ 16 אַז'
שרון‭ ‬בר־כּוכבֿא
אַרבעט‭ ‬איבער‭ ‬פּשוטע‭ ‬ליטעראַרישע‭ ‬טעקסטן

דינסטיק‭ ‬19‭ ‬אַז' –‬‭ ‬21‭ ‬אַז‭'
אַהרן‭ ‬וואַלדמאַן און וואַליע פֿעדטשענקאָ
אַרבעט‭ ‬איבער‭ ‬פּשוטע‭ ‬ליטעראַרישע‭ ‬טעקסטן

אײַנשרײַבונג

ניוואָ ‭ ‬4

מאָנטיק‭ ‬14‭ ‬אַז' –‬‭ ‬16‭ ‬אַז‭'‬
אַהרן‭ ‬וואַלדמאַן
ייִדישע דערציילונגען
אַן אויסקלײַב דערציילונגען פֿון פֿאַרשיידענע מחברים (אַבֿרהם רייזען, יוסף אָפּאַטאָשו, משה נאַדיר…) וועט דערמעגלעכן דער גרופּע אַרומצורעדן שפּראַכפֿראַגעס.

מיטוואָך‭ ‬19‭ ‬אַז' – 21 אַז'
שרון‭ ‬בר־כּוכבֿא
פּאַריזער ייִדישע שרײַבער

אײַנשרײַבונג

ווײַטהאַלטערס

מאָנטיק‭ ‬19‭ ‬אַז' –‬‭ ‬21‭ ‬אַז'
אַרנאָ ביקאַר
ייִדישע פּאָעזיע : ריכטונגען, יסודותדיקע ווערק, ביאָגראַפֿיעס פֿון פּאָעטן און פּאָעטינס
דער ציל פֿון דער לעקציע איז צו געבן אַן איבערבליק איבער דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּאָעזיע זינט דעם 19טן י״ה. מע וועט דער עיקר לייענען און אַנאַליזירן אויסגעקליבענע ווערק.

דאָנערשטיק ‬14 אַז' – 16 אַז'
רובי‭ ‬מאָנעט
פּראָזעשריפֿטן פֿון איציק מאַנגער
אַלע קענען איציק מאַנגער ווי אַ פּאָעט. מיר וועלן אָבער אַנטדעקן אַז זײַן פּראָזע – אַ ראָמאַן, דערציילונגען, אויטאָביאָגראַפֿישע טעקסטן און עסייען – זענען פּונקט אַזוי פֿאַרכאַפּנדיק !

דאָנערשטיק ‭ ‬17 ‬אַז' –‬ ‬19 ‬אַז'
טל‭ ‬חבֿר־כיבאָווסקי‭ ‬און‭ ‬יצחק‭ ‬ניבאָרסקי
דאָס איבערנאַטירלעכע אין תּנ״ך
שוין מער ווי 25 יאָר האַלט די מעדעם־ביבליאָטעק אַ תּנ״ך־לעקציע אַרום דער קלאַסישער איבערזעצונג פֿון יהואש. הײַיאָר וועלן מיר באַטראַכטן די צאָלרײַכע איבערנאַטירלעכע פּאַסירונגען וואָס ווערן דערמאָנט אין תּנ״ך און זיך באַגעגענען מיט זייערע שפּעטערדיקע גילגולים אין מדרש, אין רבנישע פּירושים, און דער עיקר – אין דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור. אויף וואָסערע אופֿנים שילדערט דער תּנ״ך דאָס וואָס איז שלא־כּדרך־הטבֿע („ניט לויטן נאַטירלעכן גאַנג“) ? ווי האָבן די קומענדיקע דורות אויסגעטײַטשט און אויסגעניצט אַזעלכע פֿאַנטאַסטישע עלעמענטן אין זייערע ליטעראַרישע שאַפֿונגען ?

אײַנשרײַבונג

איבערזעצונג־וואַרשטאַט

דינסטיק ‬14 אַז' – 16 אַז'
20 ‬באַגעגענישן‭ ‬אַ‭ ‬יאָר
בתיה‭ ‬בוים

אײַנשרײַבונג

ייִדיש‭ ‬אויף‭ ‬דער‭ ‬צונג

דאָנערשטיק ‬14 אַז' – 16 אַז'
3 ‬באַגעגענישן‭ ‬אַ‭ ‬טרימעסטער
שמועס־לעקציע‭ ‬אָנגעפֿירט‭ ‬דורך‭ ‬רעזשין נעבעל‭ ‬און‭ ‬פֿאַרשיידענע‭ ‬לערער‭.‬
אײַנשרײַבונג פֿאַר יעדער לעקציע אויף דער וועבזײַט :
programme.yiddish.paris

ייִדיש אויף דער צונג וועט אויך פֿאָרקומען אויף אינטערנעץ (אויף זום), מאָנטיק 19 – 21 אַז׳.
3 באַגעגענישן אַ טרימעסטער.
שמועס־לעקציע‭ ‬אָנגעפֿירט‭ ‬דורך‭ ‬רעזשין נעבעל‭ ‬און‭ ‬פֿאַרשיידענע‭ ‬לערער‭.‬
אײַנשרײַבונג פֿאַר יעדער לעקציע אויף דער וועבזײַט :
programme.yiddish.paris


 

אויב עס וועט זײַן אוממעגלעך צוליב דער איצטיקער עפּידעמיע ווײַטער אָנצוגיין מיט די לעקציעס אינעם לאָקאַל, וועט מען זיי גרינג קענען אַריבערטראָגן אויפֿן אינטערנעץ־פֿאָרמאַט (די פּלאַטפֿאָרמע זום).

די לעקציעס הייבן זיך אָן דעם 20סטן סעפּטעמבער 2021.

אויב איר שרײַבט זיך אײַן פֿאַרן 31סטן יולי 2021, וועט איר קריגן אַ הנחה פֿון 5 פּראָצענט ! ניצט דעם קאָד FARN31STN בײַם אײַנשרײַבן זיך אויף העלאָאַסאָ.

 

שֹכר־לימוד
ייִדיש־קורסן אויף אַלע מדרגות (30 לעקציעס) : קורס : 390 אייראָס.
איבערזעצונג־וואַרשטאַט (20 באַגעגענישן) : 260 אייראָס.

כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער.

פֿאַר יעדער אײַנשרײַבונג אויף אַ קורס פֿון 390 אייראָס וועט איר קריגן אַ הנחה פֿון 180 אייראָס אויף אַן אַנדער קורס פֿון 390 אייראָס ! אויב איר ווילט קריגן די הנחה, שרײַבט אונדז אויפֿן אַדרעס talmidim@yiddishweb.com, און מיר וועלן אייך שיקן דעם קאָד זיך אײַנצושרײַבן צום ביליקערן פּרײַז אויף די ווײַטערדיקע לעקציעס.

אין פֿאַל פֿון פֿינאַנציעלע שוועריקייטן קען מען בעטן אַ סטיפּענדיע :
 stipendyes@yiddishweb.com

אײַנשרײַבן זיך

אַראָפּלאָדן די דאַטעס פֿון די לעקציעס.

 

די רשימה יערלעכע אינטערנעץ־לעקציעס געפֿינט זיך דאָ.