13/2-6/3 Yo mit alemen VI avec Natalia Krynicka

יאָ מיט אַלעמען 6 מיט נאַטאַליע קריניצקאַ

קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס « פֿריידקע » : צי קען אַ פֿרוי זײַן פֿרײַ ?

אַן אינטערנעץ־סעמינאַרן פֿאַר אַוואַנסירטע, פֿונעם 13טן פֿעברואַר ביזן 6טן מאַרץ 2021

4 וועכענטלעכע לעקציעס פֿון אָנדערטהאַלבן שעה, דהײַנו 6 שעה בסך־הכּל, שבת פֿון 19.30 ביז 21 אַז’ פּאַריזער צײַט

דאַטעס :
דעם 13טן, 20סטן, 27סטן פֿעברואַר
דעם 6טן מאַרץ

קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס פּאָעמע « פֿריידקע » (וואַרשע 1935 און 1936) האָט בשעתּה געהאַט אַ גרויסן אָפּקלאַנג צווישן די לייענערס. מיר וועלן באַטראַכטן די פֿאָרשטעלונג פֿון פֿרויען־ און מענער־העלדן בעת זייערע גײַסטיקע און פֿיזישע וואַנדערונגען, דאָס בילד פֿון וואַרשע און פּאַריז, די פֿראַגעס פֿון אינדיווידועלער און קאָלעקטיווער פֿאַרשקלאַפֿונג און באַפֿרײַונג. מיר וועלן זיך אויך אָפּשטעלן אויף די פֿילצאָליקע ליטעראַרישע און געשיכטלעכע פֿאַררופֿן אינעם טעקסט.

דער סעמינאַר קומט פֿאָר אויף ייִדיש, אויף זום.

פּרײַז פֿאַרן גאַנצן סעמינאַר : 60 אייראָס.

אײַנשרײַבונג

« Freydke » de Kadye Molodovski : une femme peut-elle être libre ?

Séminaire en ligne pour étudiants avancés, du 13 février au 6 mars 2021.

Quatre séances d’une heure et demie (6h en tout), les samedis de 19h30 à 21h (heure de Paris) Continuer la lecture de « 13/2-6/3 Yo mit alemen VI avec Natalia Krynicka »