יאָ מיט אַלעמען 5 מיט אליעזר ניבאָרסקי
לאַנג צי קורץ : אַ שפּאַציר איבער אינטערעסאַנטע שפּראַך־ניואַנסן
אַן אינטערנעץ־סעמינאַרן פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער פֿונעם 13טן יאַנואַר ביזן 3טן פֿעברואַר 2021
4 וועכענטלעכע לעקציעס פֿון אָנדערטהאַלבן שעה, דהײַנו 6 שעה בסך־הכּל, מיטוואָך פֿון 19 ביז 20.30 אַז’ פּאַריזער צײַט
דאַטעס :
דעם 13טן, 20סטן, 27סטן יאַנואַר
דעם 3טן פֿעברואַר
מיר וועלן צוזאַמען באַטראַכטן אַ ריי סיטואַציעס וווּ מע קען זיך ריכטיק אויסדריקן אויף צווייערליי אופֿנים – קירצער אָדער לענגער (למשל : מיט אָדער אָן ענדונגען, מיט אָדער אָן העלפֿווערבן, פּרעפֿיקסן, קאָניונקציעס וכ‘…) און מיר וועלן זוכן אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע : וואָסערע אונטערשיידן ברענגען אָט די ברירות אַרײַן ?
די פֿיר סעסיעס וועלן אַרײַננעמען סײַ אַלגעמיינע אָבסערוואַציעס סײַ פּראַקטישע אָנווענדונגען.
דער סעמינאַר קומט פֿאָר אויף ייִדיש, אויף זום.
פּרײַז פֿאַרן גאַנצן סעמינאַר : 60 אייראָס.
Plus long ou plus court ? Une excursion à travers des nuances importantes dans la langue yiddish
Séminaire en ligne organisé par la Maison de la culture yiddish du 13 janvier au 3 février 2021.
Quatre séances d’une heure et demie (6h en tout), les mercredis de 19h à 20h30 (heure de Paris) Continuer la lecture de « 13/1-3/2 Yo mit alemen V avec Eliezer Niborski »