יערלעכע אינטערנעץ־לעקציעס 2021/2022

די לעקציעס הייבן זיך אָן דעם 20סטן סעפּטעמבער 2021.

30 לעקציעס צו 1.30 שעה (סעפּטעמבער 2021 ביז יוני 2022), אויף זום.

אויב איר שרײַבט זיך אײַן פֿאַרן 31סטן יולי 2021, וועט איר קריגן אַ הנחה פֿון 5 פּראָצענט ! ניצט דעם קאָד FARN31STN בײַם אײַנשרײַבן זיך.

כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער.

אַראָפּלאָדן די דאַטעס פֿון די לעקציעס.

אָנהייבערס

דינסטיק 19 אַז' – 20.30 אַז'
קאַראָלינאַ שימאַניאַק

אײַנשרײַבונג

ניוואָ ‭ ‬2

מיטוואָך 19 אַז' – 20.30 אַז'
קאַראָלינאַ שימאַניאַק

פֿול !

ניוואָ ‭ ‬2

מאָנטיק 19 אַז' – 20.30 אַז'
נאַדיאַ דעהאַן־ראָטשילד

דער קורס הייבט זיך אָן מאָנטיק דעם 11טן אָקטאָבער 2021

אײַנשרײַבונג

ווײַטהאַלטערס

דינסטיק 19 אַז' – 20.30 אַז'
נאַטאַליע קריניצקאַ
בריוו אין ליטעראַטור, ליטעראַטור אין בריוו‭ ‬

דער קורס הייבט זיך אָן דינסטיק דעם 21סטן סעפּטעמבער 2021

וואָס זענען די כאַראַקטעריסטישע שטריכן און די ראָלע פֿון דער עפּיסטאָלאַרישער פֿאָרעם אין דער ייִדישער ליטעראַטור און וואָס זענען די שײַכותן צווישן בריוו אין ליטעראַטור און אינעם אמתן לעבן ? כּדי צו פּרוּוון ענטפֿערן אויף די דאָזיקע פֿראַגעס וועלן מיר לייענען ליטעראַרישע ווערק – פּראָזע און פּאָעזיע – וואָס זענען אָנגעשריבן (אין גאַנצן אָדער צום טייל) אין בריוופֿאָרעם, און זיי פֿאַרגלײַכן מיט בריוון־שטעלערס, מיט דער קאָרעספּאָנדענץ צווישן ייִדישע שרײַבער און מיט אַנדערע בריוו אויף ייִדיש פֿון פֿאַרשיידענע תּקופֿות.

אײַנשרײַבונג

 

מיטוואָך 19 אַז' – 20.30 אַז'
טל חבֿר־כיבאָווסקי
די שוואַרצבאַרד־אַפֿערע : געשיכטע און ליטעראַטור

דער קורס הייבט זיך אָן מיטוואָך דעם 27סטן אָקטאָבער.

דאַטעס : דעם 27סטן אָקטאָבער, דעם 3טן, 10טן, 17טן, 24סטן נאָוועמבער, דעם 1טן, 8טן, 15טן, 22סטן דעצעמבער, דעם 5טן, 12טן, 19טן, 26סטן יאַנואַר, דעם 2טן, 9טן, 16טן, 23סטן פֿעברואַר, דעם 2טן, 9טן, 23סטן, 30סטן מאַרץ, דעם 6טן, 13טן, 20סטן, 27סטן אַפּריל, דעם 4טן, 11טן, 18טן, 25סטן מײַ, דעם 1טן יוני.

דעם 25סטן מײַ 1926, אינעם לאַטײַנישן קוואַרטאַל אין פּאַריז, האָט דער ייִדישער זייגער־מאַכער, פּאָעט און אַנאַרכיסט שלום שוואַרצבאַרד דערשאָסן סימאָן פּעטליוראַ, דעם אָנפֿירער פֿון דער אוקראַיִנישער אַרמיי פֿון 1917 ביז 1920, די יאָרן אין וועלכע עס זענען פֿאָרגעקומען די בלוטיקסטע פּאָגראָמען אויף ייִדן פֿאַרן חורבן. אויף דער דאָזיקער היסטאָריש־ליטעראַרישער לעקציע וועלן מיר לייענען דאָקומענטן, צײַטונג־אַרטיקלען און ליטעראַרישע טעקסטן אויף ייִדיש אין שײַכות צו שוואַרצבאַרדס אַטענטאַט, צו די היסטאָרישע געשעענישן וואָס האָבן געפֿירט צו דעם אַטענטאַט און צו זײַן מישפּט אין 1927. בײַם לייענען טעקסטן פֿון שלום שוואַרצבאַרד, אליה טשעריקאָווער, דוד בערגעלסאָן, אַלטער קאַציזנע און אַנדערע, וועלן מיר שטעלן די פֿראַגע : אויף וויפֿל איז די ליטעראַטור אַן עכאָ פֿון היסטאָרישע געשעענישן און אויף וויפֿל איז די געשיכטע אַליין אַן אָפּקלאַנג פֿון דער ליטעראַרישער פֿאָרשטעלונג ?

אײַנשרײַבונג

 

די רשימה לעקציעס אויפֿן אָרט געפֿינט זיך דאָ.