ברוך־הבא

פֿאַר געוויסע מענטשן איז ייִדיש די זיסע היימישע שפּראַך פֿונעם אַמאָליקן מיזרח־אייראָפּעיִשן שטעטל. זי ווערט פֿאַרבונדן מיט אַ געפֿילפֿולן פֿאָלקסליד, מיט אַ קלוג שפּריכוואָרט, מיט אַ לעבעדיק ווערטל. אַ סך פֿון די, וואָס האָבן געהערט ייִדיש ווי אַ קינד, בענקען נאָך אַלץ נאָך זײַן צאַרטקייט און הומאָר. נאָר מע פֿאַרגעסט אָפֿט אַז ייִדיש איז אויך אַ שפּראַך פֿון אַ מאָדערנער ליטעראַטור, אַ שפּראַך אין וועלכער מע האָט געשריבן און געשפּילט טעאַטער אויף אַלע קאָנטינענטן, און אין וועלכער עס האָט עקסיסטירט איבער הונדערט יאָר לאַנג אַ בליִענדיקע, פֿאַרצווײַגטע פּרעסע. דאָס גאַנצע לעבן פֿון אַשכּנזישע ייִדן שפּיגלט זיך אָפּ אין ייִדיש. זיך לערנען די שפּראַך קען אויפֿוועקן אַ סך עמאָציעס, נאָר ס'גיט דער עיקר צוגאַנג צו אַ רײַכער קולטור און צו פּרעכטיקע אויפֿטוען פֿונעם ייִדישן גײַסט.

די אײַנשרײַבונגען אויף די לעקציעס קומען פֿאָר אויף דער פּלאַטפֿאָרמע העלאָאַסאָ. דריקט דאָ כּדי זיך אײַנצושרײַבן.

כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער.

אויב עס וועט זײַן אוממעגלעך צוליב דער איצטיקער עפּידעמיע ווײַטער אָנצוגיין מיט די לעקציעס אינעם לאָקאַל, וועט מען זיי גרינג קענען אַריבערטראָגן אויפֿן אינטערנעץ־פֿאָרמאַט (די פּלאַטפֿאָרמע זום).

אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי.

אָנפֿירערין פֿון דער פּעדאַגאָגישער קאָמיסיע : שרון בר־כּוכבֿא.

אָרט פֿון די לעקציעס :
דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער מעדעם־ביבליאָטעק
Maison de la culture yiddish – Bibliothèque Medem
29, rue du Château-d’Eau
75010 Paris
Tél : + 33 (0)1 47 00 14 00 / טעלעפֿאָן