לעקציעס אינעם לאָקאַל 2020/2021

אויב עס וועט זײַן אוממעגלעך צוליב דער איצטיקער עפּידעמיע ווײַטער אָנצוגיין מיט די לעקציעס אינעם לאָקאַל, וועט מען זיי גרינג קענען אַריבערטראָגן אויפֿן אינטערנעץ־פֿאָרמאַט (די פּלאַטפֿאָרמע זום).

די לעקציעס הייבן זיך אָן דעם 21סטן סעפּטעמבער 2020.

אויב איר שרײַבט זיך אײַן פֿאַרן 31סטן יולי 2020, וועט איר קריגן אַ הנחה פֿון 5 פּראָצענט ! ניצט דעם קאָד BESERFRIER בײַם איינשרייבן זיך אויף העלאָאַסאָ.

שֹכר־לימוד
ייִדיש־קורסן אויף אַלע מדרגות (30 לעקציעס) : קורס : 390 אייראָס.
איבערזעצונג־וואַרשטאַט (20 באַגעגענישן) : 260 אייראָס.
ייִדיש אויף דער צונג (15 באַגעגענישן) : 200 אייראָס.

כּדי זיך אײַנצושרײַבן אויף די לעקציעס דאַרף מען זײַן אַ מיטגליד פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער.

פֿאַר יעדער אײַנשרײַבונג אויף אַ קורס פֿון 390 אייראָס וועט איר קריגן אַ הנחה פֿון 180 אייראָס אויף אַן אַנדער קורס פֿון 390 אייראָס ! אויב איר ווילט קריגן די הנחה, שרײַבט אונדז אויפֿן אַדרעס talmidim@yiddishweb.com, און מיר וועלן אייך שיקן דעם קאָד זיך אײַנצושרײַבן צום ביליקערן פּרײַז אויף די ווײַטערדיקע לעקציעס.

אין פֿאַל פֿון פֿינאַנציעלע שוועריקייטן קען מען בעטן אַ סטיפּענדיע :
 stipendyes@yiddishweb.com

אײַנשרײַבן זיך

אַראָפּלאָדן די דאַטעס פֿון די לעקציעס.

אָנהייבערס

מאָנטיק 14 אַז' – 16 אַז'
גיטעלע‭ ‬מילכבערג

מאָנטיק‬19‭ ‬ אַז' – 21 אַז'‭
שרון‭ ‬בר־כּוכבֿא

ניוואָ ‭ ‬2

דינסטיק‭ ‬14‭ ‬אַז' – 16 אַז'‭
שרון‭ ‬בר־כּוכבֿא

מיטוואָך‭ ‬19‭ ‬אַז' –‬‭ ‬21‭ ‬אַז'
רייזע טורנער
צוליב געזונט־סיבות וועלן די ערשטע 10 לעקציעס פֿאָרקומען אויף אינטערנעץ און נישט אין לאָקאַל 

ניוואָ 3

מיטוואָך‬14‭ ‬ אַז' –‬ 16 אַז'
שרון‭ ‬בר־כּוכבֿא
אַרבעט‭ ‬איבער‭ ‬פּשוטע‭ ‬ליטעראַרישע‭ ‬טעקסטן
צוליב געזונט־סיבות וועלן די ערשטע 10 לעקציעס פֿאָרקומען אויף אינטערנעץ און נישט אין לאָקאַל 

דינסטיק‭ ‬19‭ ‬אַז' –‬‭ ‬21‭ ‬אַז‭'
אַהרן‭ ‬וואַלדמאַן
ייִדישע דערציילונגען
אַן אויסקלײַב דערציילונגען פֿון פֿאַרשיידענע מחברים (אַבֿרהם רייזען, מענדל מאַן…) וועט דערמעגלעכן דער גרופּע אַרומצורעדן שפּראַכפֿראַגעס.
צוגעפּאַסט פֿאַר פֿראַנצייזיש־רעדנדיקע
צוליב געזונט־סיבות וועלן די ערשטע 10 לעקציעס פֿאָרקומען אויף אינטערנעץ און נישט אין לאָקאַל 

ניוואָ ‭ ‬4

מאָנטיק‭ ‬14‭ ‬אַז' –‬‭ ‬16‭ ‬אַז‭'‬
אַהרן‭ ‬וואַלדמאַן
ייִדישע דערציילונגען
אַן אויסקלײַב דערציילונגען פֿון פֿאַרשיידענע מחברים (אַבֿרהם רייזען, מענדל מאַן…) וועט דערמעגלעכן דער גרופּע אַרומצורעדן שפּראַכפֿראַגעס.
צוגעפּאַסט פֿאַר פֿראַנצייזיש־רעדנדיקע
צוליב געזונט־סיבות וועלן די ערשטע 10 לעקציעס פֿאָרקומען אויף אינטערנעץ און נישט אין לאָקאַל 

מאָנטיק‭ ‬19‭ ‬אַז' – 21 אַז'
רייזע טורנער
אוצרות פֿון דער ייִדישער פּרעסע
פֿאַרבעסערט אײַער ייִדיש דורכן אַנטדעקן פֿאַרשיידענע טשיקאַווע און ווייניק באַקאַנטע טעקסטן פֿון דער היסטאָרישער ייִדישער פּרעסע פֿון מיזרח־אייראָפּע, פּאַריז און אַמעריקע.
צוליב געזונט־סיבות וועלן די ערשטע 10 לעקציעס פֿאָרקומען אויף אינטערנעץ און נישט אין לאָקאַל 

ווײַטהאַלטערס

מאָנטיק‭ ‬14‭ ‬אַז‭ '‬‮–‬‭ ‬16‭ ‬אַז'
1.  ‬מאָריס‭ ‬גלאַזמאַן‭ ‬און‭ ‬זשאַן‭ ‬ספּעקטאָר
אַ הויף אויף פּאָקאָרנע פֿון יחיאל האָפֿער
האָפֿערס טעקסט וועט דערמעגלעכן דער גרופּע זיך צו באַקענען מיטן לעבן פֿון אַ וואַרשעווער הויז צווישן ביידע וועלט־מלחמות, געשילדערט דורך די אויגן פֿון אַ קינד.
אַ וואָך איבער אַ וואָך

2. ‬נאַדיאַ‭ ‬דעהאַן־ראָטשילד
סאָוועטישע‭ ‬פּאָעזיע
הײַנטיקס יאָר וועלן מיר זיך ווײַטער אָפּגעבן מיט דער ייִדישער פּאָעזיע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, פֿונעם דור פֿון די אומגעברענגטע שרײַבער ביז יענע, וואָס זענען בײַגעווען דעם אונטערגאַנג פֿונעם רעזשים. ‏
אַ וואָך איבער אַ וואָך

מאָנטיק‭ ‬19‭ ‬אַז‭ '‬‮–‬‭ ‬21‭ ‬אַז'
אַרנאָ ביקאַר
קאַנאָנישע טעקסטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור
בשעת דעם קורס וועט מען לייענען שטעלן פֿון ווערק פֿון די וויכטיקסטע שרײַבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿון שלום־עליכמען ביז יצחק באַשעוויסן. מיר וועלן זיך אַרײַנטראַכטן אין דעם ווי אַזוי ווערט אַ ווערק קלאַסיש.
צוליב געזונט־סיבות וועלן די ערשטע 10 לעקציעס פֿאָרקומען אויף אינטערנעץ און נישט אין לאָקאַל 

דינסטיק 19 אַז' – 21 אַז'
נאַטאַליע‭ ‬קריניצקאַ
ליטעראַטור און גראַמאַטיק‭ ‬
אויסגעקליבענע גראַמאַטישע ענינים (פּרעפֿיקסן, קאָנווערבן, אַספּעקטן…) לויט בײַשפּילן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.
צוליב געזונט־סיבות וועלן די ערשטע 10 לעקציעס פֿאָרקומען אויף אינטערנעץ און נישט אין לאָקאַל 

דאָנערשטיק ‬14 אַז' – 16 אַז'
רובי‭ ‬מאָנעט
אַ שפּאַציר אַרום די קלאַסיקער
מיר וועלן לייענען ווערק פֿון וויכטיקע ייִדישע שרײַבער פֿונעם עלטערן דור, ווי שלמה עטינגער, אײַזיק־מאיר דיק און יצחק־לייבוש פּרץ.
צוליב געזונט־סיבות וועלן די ערשטע 10 לעקציעס פֿאָרקומען אויף אינטערנעץ און נישט אין לאָקאַל 

דאָנערשטיק‭ ‬17.30‭ ‬אַז'‭ ‬‮–‬‭ ‬19.30‭ ‬אַז'
טל‭ ‬חבֿר־כיבאָווסקי‭ ‬און‭ ‬יצחק‭ ‬ניבאָרסקי
תּנכישע פּיעסעס
צוליב געזונט־סיבות וועלן די ערשטע 10 לעקציעס פֿאָרקומען אויף אינטערנעץ און נישט אין לאָקאַל 

איבערזעצונג־וואַרשטאַט

דינסטיק‭ ‬14‭ ‬אַז‭'‬‮ –‬‭ ‬16‭ ‬אַז‭'
20 ‬באַגעגענישן‭ ‬אַ‭ ‬יאָר
בתיה‭ ‬בוים

ייִדיש‭ ‬אויף‭ ‬דער‭ ‬צונג

דאָנערשטיק ‬14‭ ‬ אַז‭'‬‮ –‬‭ ‬16‭ ‬אַז'
15  ‬באַגעגענישן‭ ‬אַ‭ ‬יאָר
שמועס־לעקציע‭ ‬אָנגעפֿירט‭ ‬דורך‭ ‬רעזשין נעבעל‭ ‬און‭ ‬פֿאַרשיידענע‭ ‬לערער‭.‬